David P. Boder Interviews Sigmund Reich; August 26, 1946; Genève, Switzerland

  • David Boder: [In English] Geneva, August the 26th. Geneva, August the 26th, 1946, at the ORT School. The interviewee is a young man, Sigmund Reich.
  • David Boder: [In German] Wie alt sind Sie?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] איך בין צוואנציג יארע
  • David Boder: [In English] Twenty years old. He made his way through various concentration camps, then to Switzerland and the ORT Schools.
  • David Boder: [In German] Also, Herr Reich sagen Sie mir nochmal was ist Ihr voller Namen und wie alt sind Sie? Sprechen Sie Jiddisch.
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] יא, איך קאנע [קאן] ... [אומקלאר?] יידיש רעדן.
  • David Boder: [In English] Yes.
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] איך בין... איך בין... איך בין איינגעבוירן אין עסטרייך
  • David Boder: אין עסטרייך יא, [אומקלאר?]
  • Sigmund Reich: אבער אין עסטרייך בין איך נישט לאנג געוועזן - אין גאנצן א יאר און א האלב.
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: איך בין [אנ?]געפארן ק'[יין] בעלגיע - דארט זענען מ' געווען 6 יאר. דען, זענען מ' געפארן ק'[יין] פוילן.
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: אין פוילן בין איך געווען ביז צו די קריג - געווען 7 יאר - ביז צו די יעצטיגע [איצטיגע] קריג.
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: אין אנפאנג קריג בין איך קראנק געווארן.
  • David Boder: אין וועלכעראין וועלכער Stadt in Polen sind Sie געווען?
  • Sigmund Reich: אין קרוקע [קראקע].
  • David Boder: Wie?
  • Sigmund Reich: אין קרוקע [קראקע].
  • David Boder: קרוקע?
  • Sigmund Reich: יא - Krakow - אויף פויליש.
  • David Boder: [In German] In Krakow. Un dortn haben Sie gelebt [?], yes? Nu?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] יא, איך בין דארט געווען מיט די מאמע, טאטע... האט געגאנגען עפעס א... [אומקלאר?] קראכן - א דאס האט געלאזט ס'קינד - אז, אז, מיט אלע, אלע, אלע מענער - יידיש מענער פון 81 ביז 44 וועט מען נעמען צו צוואנגס-ארבעט.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: נו - איז ער - אז איך מיין אז ער איז אוועקגעפארן ק'[יין] לעמבערג
  • David Boder: יאָ. נו?
  • Sigmund Reich: בין איך אליין געווען מיט די מאמע...
  • David Boder: [אומקלאר]
  • Sigmund Reich: כ'אב פארשידנס. כ'אב געארבעט פאר א שניידער, כ'אב געארבעט ביי... איך האב געטראגן עמעצענס[?] פעקלעך, כ'אב געארבעט אין א געשעפט איין מאל... דאס וואס איך זאג; איך האב געארבעט ביי א שניידער, זען... מ'האט זיך אפפארדינט ווי א מאל [?] א פאר גראשן.
  • David Boder: נו, גייט ווייטער!
  • Sigmund Reich: פאר מיר... [אומקלאר?] אין טויזנט ניין הונדערט פערציג איז געבויערט געווארן דאס געטא אין קרוקע [קראקע].
  • David Boder: אין קראקע?
  • Sigmund Reich: אין קראקע.
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: מ'האט ausgesiedelt דאס גאנצע - די גאנצע - אלע יידן פון קרוקע [קראקע] 'אט [האט] מ' [מען] געזידלט ק'[יין] Podgorze, צווייטע טייל. ס'הייסט אזוי... מ'[ה]אט...
  • David Boder: [אומקלאר]
  • Sigmund Reich: א סך האט מע' אויסגעוויזן.
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: נאר ס'איז דארט נאך געבליבן עטלעכע צ... - אזוי ווי 000,03 מענטשן. די רעשט האט מע' אויסגעוויזן. איך בין אויכעט אויסגעוויזן געווארן. איז געווען... איז געווען מיט מיין מאמע, ס'איז געווען... האב מיך געהאט דארט א גראסמוטער [Grossmutter] מיט א גראספאטער [Grossvater]. אונדז זענען געווען אויסגעוויזן. מיין... [אומקלאר?] האט מע' געפארן ק'[יין] טארנאוו, [Tarnow] און איך בין געפארן 23 קילאמעטער פון... פון Tarnow - Radomysl Wielki.
  • David Boder: אליין?
  • Sigmund Reich: איך מיט די מאמע.
  • David Boder: מיט די מאמע. נו?
  • Sigmund Reich: מ'האט דארט געפארן און געווען דארט ביי די מאמעס געשוויסטער. דארט... דארט... דארט האב איך געמוזט ארבעטן...
  • David Boder: און ווו איז די טאטע געווען?
  • Sigmund Reich: מיין טאטע איז געווען אין לעמבערג. [Lemberg] אזוי ווי - איז ביז די רוסישע קריג...
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: שפעטער, [איך האב] יעצט [איצט] באקומען פון אן אנקל [uncle] פון בעלגיע [Belgium] א בריוו אז לעצטע נאכט האט ער מיך... האט אן אנקל ... [אומקלאר?] פון Dombrov [Dombrau in Germ., Dabrowa in Pol.] און מער ווייס איך נישט.
  • David Boder: אבער Dombrov איז דאך רוסלאנד?
  • Sigmund Reich: רוסלאנד.
  • David Boder: און מער ווייסטו נישט?
  • Sigmund Reich: מער ווייס איך נישט.
  • David Boder: נו? אלזא?
  • Sigmund Reich: אונדז האבן מ'[יר] געשיקט ק'[יין] Radomysl און דארט האבן מ'[יר] געקריגן א פאר בריוו
  • David Boder: פון וועמען?
  • Sigmund Reich: פון טאטן.
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: און אויף דעם, איז שפעטער אויסגעבראכן די רוסישע קריג, ווי אויך ס'איז אויסגעבראכן, האבן די דייטשן געגעבן א באפיילע [באפעל]: אויף פון יעדע פאמיליע מוז זיך איין מאן שטעלן [ד]ערמיט קאנען [ד]ערמיט נאך בלייבן. און איך האב אזוי געטיען [געטאן]...
  • David Boder: ווי אלט זייט איר געווען?
  • Sigmund Reich: 13 - געווען 13 יאר.
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: און אזוי האב איך געטיען [געטאן]. כ'אב געוואלט די מאמע זאל בלייבן דארט. נו, אין שטעטל...
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: בין איך געגאנגען און כ'אב מיך אנגעמאלדן - כ'אב מיך אנגעמאלדן און ס'כמעט אפ. קאן מיך נישט ערינערן [erinnern] וואס פאר א טאג דאס איז געווען...
  • David Boder: דאס איז ניט וויכטיג.
  • Sigmund Reich: בין איך... [אומקלאר?] אין קאנצענטראציאנס... [Konzentrations...] אין לאגער. געהייסן יעדע דריי וואכן וועט מען קאנען אהיימפארן. און מיינס... צוויי וואכן אדורכגייען, האט אויסגעזידלט דאס גאנצע שטעטל
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: פון דעמולס [דעמאלט] האב איך שוין בעהויפט נישט קיין אנונג - נישט פון די מאמע, נישט פון קיינעם.
  • David Boder: ווי דו? איר זייט געגאנגען צ' דער ארבעט?
  • Sigmund Reich: ריייך: יא. און מ'אט געזאגט אין א לאגער - אין א צווייט שטעטל אריין.
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: מ'אט געזאגט אז יעדע דריי וואכן מ'עלן [מיר וועלן] האבן פריי.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: ... [אומקלאר?] ס'איז בלויז געווען דארט צוויי וואכן, האט מען אויס... אויס דאס גאנצע שטעטל אויסגעזידלט.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: מ'אט זיי געשיקט - פארשיקט... ס'איז נישטא ק'[יין] נחת [?] פון זיי איבער הויפט.
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: בעהויפט, פון דעם קאצעט[?] אויך איז נישטא ק'[יין] נחת [?].
  • David Boder: יאָ.
  • Sigmund Reich: שפעטער בין איך געקומען - ס'איז טאקע געווען Mielec דארט, דארט געארבעט... [אומקלאר?] מיט פלוגצייג ווערק ... [אומקלאר?].
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: דארט געארבעט...
  • David Boder: און פון דער מוטער, האט איר ניט געהערט?
  • Sigmund Reich: גארנישט.
  • David Boder: האט זיך נאך דעם געהערט עפעס פון דער מוטער?
  • Sigmund Reich: ניין, גארנישט
  • David Boder: גארנישט, נו?
  • Sigmund Reich: מ'אט זיך געגעבן אן עצה... מ'אט א מאל א קארטאפל צו גע... צו גע... - מ'אט געגנבעט אויך קארטאפל... אנדערע זאכן... [אומקלאר?] צו האלטן א שטיקל נשמה.
  • David Boder: הם.
  • Sigmund Reich: אזוי האבן מ' פארברענגט צוויי יאר. און נאך די צוויי יאר, אזוי ווי די רוסן האבן זיך אנגעהויבן צ' נענטערן - ס'האבן זיך גענענטערט צ' ריישע - [Rszeszow] האט מע' אונדז עוואקואירט, אונדז עוואקואירט ק'[יין] דייטשלאנד. זענען מ' געפארן nach Auschwitz ... [אומקלאר?] און nach Plaszow; 'אבן מ' געמיינט אז... [אומקלאר?] דא איז שוין דא א לאגער.
  • David Boder: ווי לאנג זינט איר געווען אין Auschwitz?
  • Sigmund Reich: אין Auschwitz ... [אומקלאָר] דארט זענען מ'אויסגעשטאנען נאר א פאר שעה. אויף די וואגאנען
  • David Boder: יאָ. [אומקלאָר]
  • Sigmund Reich: דען, זענען מ' ווייטער געפארן.
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: זענען מ' געפא[רן]...
  • David Boder: ווער זייט עץ געוועזן - מענער... מענער, פרויען?
  • Sigmund Reich: בלויז מענער. ס'איז געווען עפעס הונדערט פרויען און מ'אט ז' - דאכט זיך מ' - אין Auschwitz האט מ' זיי אוועקגענומען.
  • David Boder: און אלע זענען געווען בלויז מענער?
  • Sigmund Reich: בלויז מענער.
  • David Boder: ווי פיל מענער אין א וואגאן?
  • Sigmund Reich: אין א וואגאן האט געקאנט זיין 80-90 מענער.
  • David Boder: האט מען אייך ארויסגעלאזט צו - אויב מע' האט געדארפט ארויסגיין?
  • Sigmund Reich: ניין, נישט פיל מענטשן, עפעס... איין מאל אין טאג, צוויי מאל אין טאג האבן זיי אונדז ארויסגעלאזט.
  • David Boder: איר זייט יעצט [איצט] all [?] געווען אין ארבייטס-קראפט?
  • Sigmund Reich: ארבייטס-קראפט... איי... ס'האבן געזאגט דאס, אז אונדז האט אויסגעפאדערט [cognate of Germ. “auffordern” = to demand or request] די Heinkel - די פלוגצייג ווערק.
  • David Boder: א, די Heinkel פלוגצייג ווערק?
  • Sigmund Reich: יאָ.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: [ה]אט אונדז אויסגעפאדערט פאר דייטשלאנד, [ווייל מ'אט] געווען גוטע ארבייטערס. האבן ז' אונדז... זענען מ' געפארן ק' דייטשלאנד און געקומען ק' פלאסבערג, [Flossenburg] 6 קילאמעטער פון סודעט - tschechisch-sudetische, eh ...[אומקלאר?] גרענעץ. דארט - דארט איז געווען איינע פון די ערגסטע לאגערס. א לאגער פון די דריטע - דריטע קלאס. [דארט איז געווען]... [אומקלאר?] בלויז פארברעכערס - דייטשע פארברעכערס. דארט זענען געקומען רוסן, פון פארשידנע [פארשיידענע] נאציאנעלען, און ד'[אס] אלץ איז געשיקט געווארן אין לאגער דארט. אין לאגער בין איך דארט אויך - בין איך אויך געווען א - א כמעט א - כמעט א יאר - נישט קיין גאנץ יאר. שפעטער, די רוסן 'אבן זיך דארט גענענטערט - 'אט מ' אונדז אויסגעזידלט. דארט, איז אויך געווען א פלוגצייג ווערק פון Messerschnitt ...
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: דארט '[אט] אונדז - 'אט מ' אונדז געפירט ק' Kamienec - עפעס א 007 מאן. אין Kamienec איז געווען זייער - ס'איז געווען שוין - איז געווען שוין זייער שלעכט. ס'איז געווען א Kommando פון גראס ראזען [Gross Rosen].
  • David Boder: פון וועלכער?
  • Sigmund Reich: גראס ראזען [Gross Rosen].
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: דער Kommando פירער איז געווען א זייער זייער שלע...
  • David Boder: געווען א זייער שלעכטער מענטש.
  • Sigmund Reich: יאָ.
  • David Boder: ווי לאנג [האסטו] דארטן געלעבט?
  • Sigmund Reich: וויי! מ'אט... פון אנפאנג בין איך געווען אפ... [?] אויף מערסטע ארבעט... דארט געווען ווי א מעכאניק [mechanic]ביי מאשינע - געארבעט ביי דריי - שפעטער, 'אט מ' - מ'אט שוין געזען אז די רוסן זענען שוין נענט [נאענט], 'אט מ' דארט די ארבעט שוין אפגעלאזט - מ'אט שוין נישט געארבעט דארט. מ'אט אונדז געשיקט - eh -אויף - ס'געווען [?] ווינטער דעמולס [דעמאלט], 'אט מען אונדז אנגעהויבן צו שיקן - באראקן צו צערייסן [?]. האלצענע הייזער וואס [מ'] האבן געבויערט דארטן. ס'איז געווען [?] א לאגער צ' וואס... [אומקלאר?] זיי 'אבן געהייסט עס צענעמען.
  • David Boder: צ' פאנאנדער[?] צו נעמען?
  • Sigmund Reich: יאָ.
  • David Boder: וואס האט מע' געמאכט מיט די האלץ?
  • Sigmund Reich: מיטן האלץ? מ'אט אפגעלייגט און מ'אט ז' - מ'אט עס געמוזט טראגן - אפשר א האלבן קילאמעטער ביז - ביז צו - צו דעם פלאץ ווו מ' לייגט עס אפ. און דארט איז געקומען א אויטא, מ'אט ז' געמוזט שפעקלען[?] אויף א אויטא.
  • David Boder: יאָ? נו?
  • Sigmund Reich: עסן דארט איז געווען זייער - זייער, זייער שלעכט. ס'געווען ריין וואסער.
  • David Boder: יאָ?
  • Sigmund Reich: איבער הויפט - אין אלע לאגערס איז געווען ערשט [?], אבער דארט איז נאך ערגער ווי די אין פאראן. דארט איז געווען ריין וואסער. מ'אט געגעבן דארט אן אכטל ברויט. אויף דעם - אזוי האט מ' געלעבט א גאנצן טאג. מ'אט געלעגן אויף שטרוי. די שטרוי איז געווען אין גאנצן פארמאטערט. ס'געווען פיל מיסט אין דעם. איינער - ס'אט שוין קיינעם נישט אריינגעלייגט. לעצטנס, מ'אט געדארפט עוואקואירן די לאגער, 'אט מ' א סך - א סך מענטשן זענען פערניכטעט דארט. און לעצטנס איז קראנק געווארן אויכעט א סך. אזוי, פון די גאנצע איז געווען עפעס טויזנט פינף - eh - טויזנט פינף - פינף הונדערט מאן - צ' ווי [?] פיל. ס'איז אין גאנצן געבליבן 6, אדער, אדער, אדער 6 פופציק - אדער 6 הונדערט פופציק מענטשן.
  • David Boder: וואס היייסט, מ'האט ז' פערניכט?
  • Sigmund Reich: מ'אט ז' - מ'אט ז' געאינגט דארט, דארט האט מ' ז' געאינגט
  • David Boder: וואס הייסט מ'אט ז' געאינגט?
  • Sigmund Reich: מ'אט ז' איינשטיפערט געמאכט, איינשפריצונגען
  • David Boder: [In English] Yes.
  • David Boder: [In Yiddish] און וואס איז דען געשען?
  • Sigmund Reich: ... [אומקלאר?] אין... [אומקלאר?] א פאר שעה איינשפריצונגען. 6 שעה איז ער געליגן. דער מענטש איז געווען טויט.
  • David Boder: אין וועלכן לאגער איז דאס געווען?
  • Sigmund Reich: Kamenz.
  • David Boder: Kamenz?
  • Sigmund Reich: דאס איז לעבן Dresden.
  • David Boder: לעבן Dresden... ווי האט מען דאס גע... [?] - Kamenz?
  • Sigmund Reich: Kamenz. K-A-M-E-N-Z.
  • David Boder: E-N . . . ?
  • Sigmund Reich: Z.
  • David Boder: Kamenz?
  • Sigmund Reich: יא, יא.
  • David Boder: ווי האט - האט מען דאס אייך געגעבן א איינשפריצונג?
  • Sigmund Reich: נישט אונדז. אונדז - מ'אט, מ'אט גע... גע... די וואס 'אבן געזען די מענטשן קאנען נישט, קאנען נישט - זענען שוין נישט - ס'[וו]עלן קיין מאל נישט ארויסהאלטן...
  • David Boder: וואס איז דער Namen פון דער מענטש וואס ווערט זייער שוואך?
  • Sigmund Reich: ס'זענען קראנק.
  • David Boder: איר האט נישט געהאט א ספעציעלן נאמען פון דעם?
  • Sigmund Reich: ניין.
  • David Boder: וואס איז געוועזן א מוסלמאן - Muselmann - האט איר געהערט?
  • Sigmund Reich: מוסלמאן - Muselmann - דאס איז געווען מענטשן וואס זענען גאנץ קראנק געווען.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: מענטשן וואס האבן שוין נישט געקאנט גייען...
  • David Boder: So, וואס האבן מ' געטאן? מ' 'אט געמאכט...
  • Sigmund Reich: מ'אט ז'... מ' - ניין, אין לאגער - 'אט מ' ז' געאינגט פאר צוויי וואכן[?]. אנדערע, מ'אט מארגן פארווענדעט.
  • David Boder: אַהאַ.
  • Sigmund Reich: דארט, ווו איך בין געווען, אין דעם Kamienec, 'אט מ' גע... געגעבן... אז יעדער זאל זען אז... [אומקלאר?]
  • David Boder: האט מען זיי אריינגעפירט אין רעוויר, Revier צ' וואס?
  • Sigmund Reich: אין רעוויר אריין האט, מ'... איז, מ' ארויף אויפן צווייטע שטאק... מ'אט דיך אריינגערופן און מ'אט - מ'אט מענטשן געאינגט, און נאך פינף, זעקס שעה, זענען - זענען געווען טויט.
  • David Boder: האט מען געוווסט וואס דאס איז?
  • Sigmund Reich: מ'... די מענטשן האבן נישט געוווסט. אבער שפעטער, די... שפעטער זענען אלעמען געזען אז ז' קומען נישט מער אראפ, און א מאל 'אט מע' געטראגט איינעם אראפ, וואס מ'אט געוווסט איז ארויפגעגאנגען. 'אט מ' געוווסט אז אויב מ' רופט ז' דארט, ס' טוט ז'...
  • David Boder: און וואס האט מע' דארטן געטאן מיט די טייטן [טויטן]?
  • Sigmund Reich: מיט די טויטע? מ'אט ז... ס'גע[געב]ן א - א קעסל וואס מ'אט געהאט צום סאמעל-הייצונג [?] [Sammelheizung].
  • David Boder: וואס פאר א קעסל זאגט איר?
  • Sigmund Reich: וואס - וואס מ'אט צום סאמעל-הייצונג. וואסער ס' דארט ס' א זאך וואס האט... [אומקלאר?]
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: אזא זאך - מ'אט עס אונטערגעהייצן, און מ'אט אריינגעווארפן די מענטשן דארט, און ז' פארברענט. איין מאל איז עס געווען א פאבריק פון שטאק... [אומקלאר?] כ'ווייס נישט גענוי פון וואס, און די פאבריק איז... די פאבריק האט... האט מ' ליקווידירט. אין די פאבריק האט מ'אריינגע... אונדז אריינגעשיקט, און דארט געווען א - אויך א 4,5 מאנאט, און ווען די רוסן זענען נענט געקומען, 'אט מ' אונדז עוואקואירט - זענען מ' געפארן א פערצן טאג. מ'אט נישט אריינ... מ'אט אונדז נישט געגעבן אפילו ק' ביסל וואסער.
  • David Boder: נו, און ווו זייט איר דען געפארן?
  • Sigmund Reich: דארט זענען מ' געפארן ק' - ק' Dachau שוין.
  • David Boder: נו, וואס war געקומען פאר אין Dachau?
  • Sigmund Reich: אין Dachau - אין Dachau בין איך שוין געווען אין גאנצן שוואך. דארט, 'אט מ' שוין נישט געארבעט. אונדז זענען שוין געווען אזוי ווי Musselmen - אויב מ' קען זאגן - זענען שוין געווען - אלע. דאס גאנצן - געווען א פאר... [אומקלאר?] איינציגע מענטשן זענען - זענען נאך געווען געזונט.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און די איינציגע וואס זענען געווען געזונט - מ'אט ז' אוועקגעשיקט מיט א טראנספארט, פאר - פאר לעצטנס האבן - האבן די אמעריקאנער זייער שלעכט געבאמבארדירט דארט. Munchen... די גאנצע אומגעגנט.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: אבער יעדן - מ'אט געוווסט אלע מאל, אז איינצע ביי נאכט, צוועלעווע ביי נאכט, קומען די אמעריקאנער, און ז' באמבארדירן דארט די געגנט.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: ז' 'אבן immer געווארפט - ז' זענען אריבערגעפארן איבער אונדזער לאגער - ז' 'אבן immer געווארפן די שיינ... - eh - ראקעטן, וואס ס'אבן באלויכטערט...
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: און אזוי ס'זאלן וויסן - זיי 'אבן געזען וואס טוט זיך אויפן - אויף ד' ערד. ז' 'אבן געוווסט ווו ד' לאגער איז.
  • David Boder: אַהאַ.
  • Sigmund Reich: ד' לאגער איז קיין מאל נישט געווארן געבאמבארדירט.
  • David Boder: דער לאגער איז נישט געווארן באמבארדירט?
  • Sigmund Reich: ניין, קיין מאל נישט.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און, אזוי ווי ס'האט זיי immer - immer געווען וואס א מאל שלעכטער, די אמעריקאנער זענען נענטער געווארן. מ' זענען געווען 2 טויזנט יידן... אלע 2 טויזנט האבן נישט געקאנט גייען. נאר ס'איז געווען אין גאנצן - eh - טויזנט זעקס הונדערט מאן.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: די זענען געווען פעיק נאך צו גיין. נישט אלע 'אבן... די רעשט זענען שוין געווען אזוי קראנק. ז' 'אבן געהאט געשוואלענע פיס, א' נישט ז' זענען אין גאנצן געווען געשוואלן. [זענען] געווען אזוי אנגעשוואכט... [אומקלאר?]
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: אונדז האט מ' געמאכט - מ'אט געמאכט א אפעל [Appell], מ'אט אלע יידן אין Dachau - אלע יידן 'אט מ' צוזאמען גערופן - 'אט זיך ארויסגערופן די אלע נעמען. פיר און צוואנציקסטע איז געווען די ערשטע Appell. פינף און צוואנציקסטע 'אט אונדז נאך א מאל צוזאמען גערופן, און ד' זיבן און צוואנציקסטן, אין ד' פרי - 'אט מ' אונדז אויפגעוועקט זייער פרי - פינעווע א זייגער. מ'אט אונדז אויפגעשטעלט לויט רייען און מ'אט - מ'אט אונדז געפירט צ' - צ' די וואגאנען.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: מ'אט אונדז שפעטער געפירט צ' די וואגאנען. מ'אט אונדז געפירט - ס'וואגאן - יעדן וואגאן warגעווען הונדערט מאן. ז' 'אבן נישט - ז' 'אבן נישט געהאט ק' לאסט - ק' לאסט וואגאן, 'אבן ז' אונדז געגעבן א האלב לייטיש וואגאנעס... [אומקלאר?] נישט, אזוי אז מ'אט - אז מ'אט קוים געקאנט שטיין. און זענען מ' - אזוי זענען מ' אנגעפארן - ביז - ביז א געוויסע סטאציאן אין עסטרייך. דארט, איז געווען - די שטריק [איז] געווען צעריסן. 'אבן מ' געמוסט ארונגייען [אראפגייען] [?].
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: זענען מ' אראפגעגאנגען - ז' 'אבן אונדז געזאגט אז מ'עט מוזן גיין 20 קילאמעטער צום... [אומקלאר?] סטאציאן, און דארמיט [דערמיט], מ'זאל קאנען ווייטער פארן. אזוי ווי זיי - זיי 'אבן דאס... [אומקלאר?] צוריק, 'אבן זיי אונדז געהייסן גייען. זענען מ' געגאנגען 6 קילאמעטער. [ס'אט] אנגעהויבן צ' שנייען. ס'איז שוין געווארן טונקל. ס'איז דעמאלס [דעמאלט] געווען ווינטער. ז' 'אבן אנגעהויבן צ' אנ - אנ - אנצוקווארטירן ביי די פויערים דארטן, געהאלטן די שטרוי - די אלע זאכן אזעלכע, און אונדז דארט איינפאסן [?]. אונדזער וואגאן איז פונקט געווען די לעצטע... [אומקלאר?] קווארטירונג. 'אט מ' אונדז געזאגט יעדן - מ'אט געזען זעלנער - א פאר - אז יעדער זעלנער זאל זיך נעמען א פאר מאן, און ער זאל גיין זאפאר - מ'זאל גיין - ער זאל זוכן קווארטירען. נו, 'אבן מ' - אונדז 'אבן מיט אונדז אויך... [אומקלאר?] געהאט זעלנערס, און דארט איז געווען עפעס א ניין - צ' ניין מאן. און מ' - אונדז זענען מ' געגאנגען. אזוי ווי ער איז ארויפגעגאנגען זוכן קווארטירען, 'אבן אונדז - זענען מ' אונדז אוועקגעגאנגען. און אזוי 'אבן מ' געוואנדערט - ביז מ' זענען געקומען צ' שווייץ. נו, מ'איז געגאנגען אפשר 5, 6 קילאמעטער, און מ' - 'אט מ' געטראפן דארט א...
  • David Boder: א מאמענט. ווען זינט זי אוועק - hatten Sie sich separiert? Eh - ווען זינט זי אוועקגעלויפן?
  • Sigmund Reich: אונדז זענען מ' אוועקגעלויפן... [דעם] אכט און צוואנציקםטן, ניין און צוואנציקםטן.
  • David Boder: ווי פיל זייט עץ אוועקגעלויפן?
  • Sigmund Reich: 9 מאן.
  • David Boder: 9 מאן?
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: און איר האט עס געקענט גיין דורך דייטשלאנד?
  • Sigmund Reich: אונדז 'אבן מ' גע... - אונדז 'אבן מ' געהאט א אויסריידע [Ausrede], אז די רויטע קרויץ 'אט אונדז אויסגעפאדערט. מ'אט געהאט א אויסרייד, אז ד' רויטע קרויץ 'אט אונדז אויסגעפאדערט. מ'אט געהאט אזוינע פעקלעך... ס'געווען ציגארעטן, uh, ביסקוויט, דאס איז געווען ס'גאנץ...
  • David Boder: אלזא, ווארט. ווען זינט עץ צו לעצט געווען מיט די דייטשן אין Dachau?
  • Sigmund Reich: אין Dachau. דעם 27סטע זענען מ' ארויסגעפארן.
  • David Boder: נו, און דען?
  • Sigmund Reich: אונדז זענען מ' געפארן - אפשר א טאג אדער צוויי. דאס קען איך נישט גענוי זאגן.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און שפעטער, 'אבן מ' נישט געקאנט ווייטער פארן, פאר די שפור איז געווען צעריסן.
  • David Boder: [In English] Yes?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] און uh, מ'אט - ס'איז געווען צעריסן, 'אט מ' געמוזט אראפשטיין פון צוג.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: און מ'אט געמוזט ארו... מ'אט געמוזט גיין ווייטער - נאך 02 קילאמעטער, א מ'זאל...
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: מ' זענען - מ' בלויז געגאנגען 6 קילאמעטער. ס'געווארן נאכט. ס'אט אנגעהויבן צ' - ס'אט געשנייט. ס'געווען ווינטער. אונדז זענען מ' - 'אט מ' אונדז אנגעהויבן צ' אנצוקווארטירן ביי די פויערים דארטן.
  • David Boder: פויערים?
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: מ'אט - דארט, ווו די שאף איז - דארט, ווו מ' האלט ד' שטרוי.
  • David Boder: [In German] Ja. Ihr war pol[n]ische Häftling?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] ... ווי... ווי אזוי...
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: פאליטישע העפטלינג ] Häftling]. אלע יידן זענען געטראגן אבצייכענס [Abzeichnen], ווי פאליטיש.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: אין - אין - אין אונדזער וואגאן, האט אויסגעפעלט ווינציג קווארטירונג.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: האט איר געזאגט ד' Kommandofuehrer, אז יעדער זעלנער זאל זיך נעמען דארט א - א - א זעקס, זיבן ביז 01 מאן, זאל גיין זוכן עפעס א...
  • David Boder: [אומקלאָר]
  • Sigmund Reich: יא. זאל גיין זוכן עפעס אויף נאכט צ' שלאפן.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: איז מיט אונדז געגאנגען - 'אט מ' - 'אט מ' אונדז געהאט אויך א זעלנער וואס איז געגאנגען מיט אונדז, ער איז ארויפגעגאנגען זוכן וועגן - וועגן א נאכט געלעגער. זענען מ' אונדז אוועקגעגאנגען.
  • David Boder: זייט עץ אוועקגעלויפן.
  • Sigmund Reich: זענען מ' אונדז אוועקגעגאנגען.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: פראסט, פשוט אוועקגעגאנגען. שפעטער, איז - זענען מ' א גאנץ נאכט געוואנדערט ביז מ' זענען געקומען צ' א קו [?], און געקומען דארט אין א דערף [דארף]... [אומקלאר?] און מ'אט געזאגט אז - אז מ'איז געטראפן אויפן וועג, עפעס א שוץ-פאליצעס. [Schutzpolizei]
  • David Boder: [In English] Yes?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish]פון רויטן - עפעס - דעם רויטן-קרייץ - כ'געדענק נישט גענוי וואס ס'איז געווען... און [ער] 'אט אונדז אריינגעפירט צום בירגער-מייסטער - דארט איז עס געווען... 'אט מ' - 'אט מ' געזאגט אז אונדז זענען מ' פארלוירן געגאנגען פון א טראנספארט, און אונדזער טראנספארט דארף גיין ביז שווייץ אריין.
  • David Boder: Oh! נו? ווי ווייט זינט עץ געוועזן פון דער שווייץ?
  • Sigmund Reich: ס'געווען הונדערט 50 קילאמעטער.
  • David Boder: נו? ... [אומקלאר?] זא, האט מאו... [אומקלאר?] צ' די ס.ס.? [S.S.]
  • Sigmund Reich: דארט, קיין ס.ס. [S.S.]
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: א כיפע [chyba (Polish for maybe; probably)] אזאלכע [אזעלכע] - א כיפע די וואס זענען שוין אזוינע - אלע געווען אויפן פראנט. כיפע אזאלכע וואס 'אבן שוין נישט געקאנט - eh - גייען אויפן פראנט.
  • David Boder: ... [אומקלאר?] רויטן-קרייץ?
  • Sigmund Reich: ... [אומקלאר?]. אונדז זענען געגאנגען אויפן וועג, 'אט ער אונדז געטראפן.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: און ער 'אט - 'אט - 'אט אונדז אריינגעפירט צום בירגער-מייסטער. ער 'אט געזאגט אז ער 'אט אונדז געטראפן אויפן וועג, און אונדז 'אבן געזאגט ד' בירגער-מייסטער אז אונדז 'אבן אויסגעפאדערט ד' רויטן-קרייץ ביז שווייץ אריין.
  • David Boder: [אומקלאָר]
  • Sigmund Reich: נו - 'אט מ' אונדז - 'אט מ' אונדז... ער איז עפעס פארמישט געווארן - 'אט ער אונדז געגלייבט [געגלויבט] דאס ווארט איין.
  • David Boder: יא. נו, האט ער... [אומקלאר?]
  • Sigmund Reich: ער 'אט אונדז אוועק[...?] ... טאקע געגעבן א ביסל זופע [זופ] דארט... אנדערע... און ער 'אט אונדז... [אומקלאר?] ביז צום - ביז צ' ביז צום וועג וואס פירט אין שווייץ אריין.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: 'אט געזאגט דעם זעלנער, אז ער זאל אונדז לאזן גייען אין ד' וועג, פאר אונדז 'אבן מ' אויסגעפאדערט ד' רויטן-קרייץ ביז שווייץ אריין צ' גיין.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: נו, אונדז זענען געגאנגען מיטן וועג. זענען מ' אנגעקומען נאך צוויי [...?], 'אבן מ' געוואלט דארט נעכטיקן, אבער ד' בירגער-מייסטער 'אט נישט געוואלט. געווען א גרויסער רשע, דער בירגער-מייסטער...
  • David Boder: Alright. וואס האט איר געוואלט זאגן? [אומקלאר?]
  • Sigmund Reich: [ער ה]''אט געזאגט [ער] 'אט א סך... ווי עס קומט אן... [אומקלאר?]
  • David Boder: [In English] Also . . . this is Spool 74, continuation of 73, Sigmund Reich, the interviewee.
  • David Boder: [In Yiddish] אלזא. זייט עץ אריינגעקומען צו אן אנדער שטאט.
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: און עץ האט געקומען צו דער בירגער-מייסטער, און איר 'אט געזאגט אז איר זייט איצט אנגעפאדערט פונעם רויטן-קרייץ?
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: But ער האט נישט געפראגט [געפרעגט] קיין פאפירן, קיין גארנישט?
  • Sigmund Reich: [ער] 'אט גארנישט געפרעגט.
  • David Boder: ווען איז עס געוועזן - אין 45' שוין?
  • Sigmund Reich: אין 45'.
  • David Boder: יא. נו?
  • Sigmund Reich: און אונדז זענען מ'... שפעטער זענען מ' געקומען אין א צווייט שטעטל אריין.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: ... אין א צווייט שטעטל אריין, און דארט 'אט מ'... 'אט מ' אויך... [אומקלאר?] אבער ד' בירגער-מייסטער 'אט אויך נישט געלאזט. 'אט געזאגט אז ער 'אט א פלאך פאר מיליטער, ס'איז נישט - 'אט ער נישט קיין פלאך פאר אונדז.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: ... זענען מ' געגאנגען ווייטער - מ'אט נישט געהאט קיין ברירה, און מ'אט אנגעטראפן דארט עפעס א פויער וואס האט געארבעט. ער איז געווען איינער - ער איז געווען איינער אר[....?] פון די באן אנגעשטעלטע.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: אונדז זענען מ' צוגעגאנען און געבעטן - געבעטן וועגן - וועגן באנעכטיקן אין א שטאל. 'אט ער געזאגט אז דארט איז דא א קליין שטעלעכל ווו ער האלט עפעס א ביסל בלעטער, וואס ער דארף פאר אונטערצובעטן די בהמות און אויך די פערד.
  • David Boder: בלעטער?
  • Sigmund Reich: בלעטער, בלעטער.
  • David Boder: בלעטער, יא?
  • Sigmund Reich: און - און ס'איז זייער קליין, און אלע מענטשן - אלע מאמע[?] וועט נישט אריין... [אומקלאר?]. ניין, פלאץ וועט שוין זיין גענוג... [אומקלאר?].
  • David Boder: אבער, האט ער געפרעגט ווער איר זייט?
  • Sigmund Reich: ער 'אט געפרעגט, 'אט מ' אים געזאגט אז ד' רויטן-קרייץ - 'אט מ' אים געזאגט אז ד' רויטן-קרייץ 'אט אונדז אויסגעפאדערט פון שווייץ.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: ער 'אט - ער 'אט אונדז אריינגעלאזט. ער 'אט אונדז שפעטער אפילו געברענגט א ביסל מילך, און אין... אין דער פרי 'אבן מ' געווויר געווארן אז ער איז א באן... [אומקלאר?]. 'אבן מ' אונדז אים געפרעגט צ' ער קאן נישט אזוי מ' זאלן קאנען פארן ביז צ' ד' שווייצער גרענעץ. 'אט ער געזאגט יא, עץ קאנען אויך מאכן - געזאגט אז מ'זאלן - אם דעם 7 Uhr [?] - איך קאן נישט גענוי זאגן וועלכע צייט - זאלן מ' קומען אויף ד' באן און מ'עט ארויסגיין אויף דער צוג.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: אזוי זענען מ' - 'אבן מ' אויפגעשטאנען, זיך אנגעוואשן, און דען געגעסן עפעס.
  • David Boder: וואסערע - וואס פאר א קליידער האבן געטראגן?
  • Sigmund Reich: איך 'אב געהאט ציווילען, נאר אנדערע 'אבן געהאט דאס...
  • David Boder: געשטרייפטע קליידונג. נו?
  • Sigmund Reich: געשטרייפטע קליידונג.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און... און אונדז זענען שפעט געקומען צום באן האף דארטן, און זענען צוגעקומען צום באן, און געווארט ביז דער צוג קומט. דער צוג איז געקומען, אונדז 'אבן מ' ארויפגעזיצן אויפן...
  • David Boder: אן די בילעט?
  • Sigmund Reich: ער 'אט... אן די בילעטן. ער 'אט שוין אזוי באזארגט אז מ' זאל פארן אן קיין בילעטן. שפעטער זענען מ' געפארן ביז...
  • David Boder: ווער איז געווען - דער סטאציאנס-פירער?
  • Sigmund Reich: ניין. ער איז געווען א - דאס איז געווען א קליינע סטאציאן, און ער איז דארט געווען אן איינגעשטעלטער.
  • David Boder: אַהאַ. נו?
  • Sigmund Reich: און ווען מ' - ווען מ' שוין אויף ד' - אויפן צוג, זענען מ' געפארן...
  • David Boder: געוועזן א דייטש?
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: [אומקלאָר]
  • Sigmund Reich: און מ'איז געפארן ביז - ביז ק' Bludenz [/עסטרייךAustria].דארט זענען מ' אנגעשטיגן און מ'איז צוגעגאנגען - מ'איז גלייך געווען אויף ד' דייטש פאליציי, און מ'אט געזאגט אז מ'זאל מיך געבן א פאפיר א' מיט מ'זאל קאנען ווייטער פארן ביז אין ד' שווייצער גרענעץ אריין. 'אט ער געזאגט אזוי: א פאפיר קאן איך ענק נישט גע[ב]ן... נאך... כ'על ענק גע[ב]ן אויף א ווייטער... ווען איך 'על ווייטער פארן.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: נו...
  • David Boder: ער קען אייך געבן פאר א בילעט.
  • Sigmund Reich: אויף א בילעט. אבער א פאפיר אז... אז מ'זינט באפרייט געווארן... אז... זענען מ' באפרייט געווארן, אדער אז אונדז זאלן מ' גייען, 'אט ער נישט געקאנט אונדז גע[ב]ן.
  • David Boder: האט Sie אים געזאגט אז איר זייט העפטלינגען?
  • Sigmund Reich: יא. אונדז 'אבן אים געזאגט...
  • David Boder: Das war דער בירגער-מייסטער, יא?
  • Sigmund Reich: ס'געווען אין Bludenz. דאס איז נישט געווען בירגער-מייסטער.
  • David Boder: א פאליציי?
  • Sigmund Reich: א פאליציי איז דאס געוועזן.
  • David Boder: הם.
  • Sigmund Reich: א דייטש פאליציי. שפעטער, 'אט ער אונדז געהייסט ערגעץ גייען ווו מ'אט זיך געדארפט הארן [?] [Germ. “hצren”] דאס געלט. געגאנגען הארן [?] דאס געלט, און שפעטער געגאנגען...
  • David Boder: א ווו הארן [?] געלט?
  • Sigmund Reich: עפעס דארט א אמט געווען. 'אט ער אונדז דארט אהינגעשיקט.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און מ'אט דארט באקומען דאס געלט, און מ'איז געגאנגען קויפן בילעט. געגאנגען קויפן בילעט... [אומקלאר?] איז דער צוג געגאנגען. ניין א'זייגער זענען מ' געקומען צום באן האף דארט, און מ'...
  • David Boder: און איר האט ניט מורא געהאט? איר האט אוועקגע... [אומקלאר?]
  • Sigmund Reich: ... [אומקלאר?] מ'אט בעהויפט איינגעשטעלט [?] ... אז ס'וועט געלונגען, וועט געלונגען, 'עט נישט געלונגען, 'עט נישט געלונגען.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און ניין א'זייגער... זענען מ' אריינגעגאנען אין לאסט וואגאנען, און שפעטער, עפעס א צייט צענע איז ד' צוג אוועקגעפארן. אזוי, זענען מ' געווען אין... אין Feldkirch.
  • David Boder: Feld- . . .
  • Sigmund Reich: Feldkirch. דאס איז נעבן ד' שווייצע גרענעץ. דארט, האט מ' שוין געוווסט... האבן מ' געוווסט אז מ' מוז ווארטן ביז ד' פרי. אין ד' פרי זענען מ' - האבן מ' געווארט. זענען מ'... 'אבן מ' געוואלט צוגייען צ' ד' גרענעץ. ס'געווען...
  • David Boder: ... קיין S.S. איז ניט געווען?
  • Sigmund Reich: ניין, ביי ד' גרענעץ איז געשטאנען דער Wehrmacht.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: אלזא, 'אבן מ' געזען מ' קאן נישט צוגייען. אבן מ' געזען דארט עפעס א - א הויכער באאמטער. 'אבן מ' אים געבעטן ער זאל אונדז לאזן ארויסגייען מ'זאל קאנען אדורכגייען, מ' זענען אין גאנצן אנגעשוואכט, און אונדז - אונדז ווילן - אונדז ווילן בלויז גייען אין א שפיטאל אריין...
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: [אומקלאר?] רויטן-קרייץ. אונדז 'אבן מ' אויסגעפאדערט. אלזא, [ע]ר 'אט געזאגט ער וועט אונדז אלעס [אלץ] דערליידיקן. מ'אט געהאט א פאר קארטאפל ביי זיך, 'אבן מ' אפילו דארטן געקאכט זיי.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: און דאס איז געווען אונדזער פרישטיק און אונדזער מיטאג. שפעטער, 'אבן מ' - 'אבן זיי אנגעהויבן צו שטופן צו ד' גרענעץ. 'אבן מ' געזען - 'אבן זיי מענטשן זיך אנגעהויבן צו שטופן צו ד' גרענעץ. און מ'אט אין גאנצן נישט אדורכגעלאזט ק' סך מענטשן. יעדן טאג א פאר מאן. אלזא...
  • David Boder: דייטשישער אויך?
  • Sigmund Reich: ניין, ניין. ס'זענען געווען א מייסטן אויסלענדער.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און ... און [ד' וועג] [?] זיי שטופן זיך... אונדז האבן געזען אז אונדז קאנען נישט אנקומען, 'אבן מ' אונדז אויך אנגעהויבן צ' שטופן. מ'אט זיך צוגעשטופט צ' ד' דראטן, איך בין שוין געווען אין גאנצן שוואך, און מ'אט - מ'אט אנגעהויבן צ' שרייען א[ז] מ' דארף הילף. און אזוי איז צוגעקומען א דייטש - א Wachmann, 'אט ער...
  • David Boder: א דייטש אדער א שווייצער?
  • Sigmund Reich: א דייטש, א דייטש, א דייטש. מ'אט אים געזאגט אז אונדז ווילן מ' בלויז - בלויז אין שפיטאל אריינגייען, ווייל מ' זענען אין גאנצן אנגעשוואכן [?]. ער 'אט געזאגט ער [וו]עט גאר געקאנט מאכן. 'אט ער צוגערופן ד' שווייצער פאסטן [Posten].
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: ד' שווייצער פאסטן 'אט געוואלט צורופן דעם - דעם...
  • David Boder: אפיציר?
  • Sigmund Reich: אפיציר. און מ'אט אים געזאגט אונדז ווילן בלויז גייען אין שפיטאל אריין, ווייל מ'זענען אין גאנצן אנגעשוואכט. 'אט ער אונדז געהייסן באלד אדורכפארן. דארט... זענען מ' דארט ערגעץ ביי ליכטענשטיין [Lichtenstein] געווען.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: און דארט האט מ'... 'אט מ'... 'אט מ' אונדז באלד געגע[ב]ן ביסקוויטן דארט צ' עסן, קאווע צ' טרינקן - די לייכסטע זאך וואס מ'אט - מ'אט געקאנט עסן. און מ'אט באלד דארט... איז אויפגעקומען א געוויסער דאקטאר. כ'אב פארגעסן ווי ער 'אט געהייסן, און...
  • David Boder: א ייד?
  • Sigmund Reich: א ייד, א ייד. מ'האט מיט אים אויך גערעדט. ס'איז דארט געווען אפילו זשורנאליסטן פון אמעריקע. און דאכט זי מיר ס'איז אויכעט געווען אפילו א יידישע זשורנאליסטין.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: גענוי, קאן איך נישט זאגן. שפעטער, 'אט מ' אונדז גענומען אויף א אויטא, און מ'אט אונדז אהינגעפירט ק' Buchs שפיטאל אריין.
  • David Boder: הם.
  • Sigmund Reich: דארט זענען מ' געווען א צוויי וואכן. מ'אט אונדז זייער גוט באהאנדלט. און מ'אט נישט געגעסן ק' ברויט, פאר ד' דאקטאר האט אונדז פארבאטן. מ'אט בלויז געגעסן ביסקוויטן און לייכטע זאכן. שפעטער, זענען מ' שוין געווען בעס... הויל [הייל] און מ'אט געקריגן דארטן א פאר אנטועכץ, און מ'אט געקריגן אויכעט שוין ברויט...
  • David Boder: אנטועכץ, דאס הייסט קליידער - יא?
  • Sigmund Reich: יא. ציווילישע קליידער.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און דארט, נאך די צוויי וואכן, זענען מ' געקומען דא אין שווייץ, אינעם קאראנטין לאגער, Gattikon [?].
  • David Boder: [In German] Was?
  • Sigmund Reich: Gattikon [?].
  • David Boder: Ja?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] א קאראנטין לאגער.
  • David Boder: אין וואס פאר א לאגער?
  • Sigmund Reich: א קוואראנטינער.
  • David Boder: א קוואראנטין לאגער. יא. נו?
  • Sigmund Reich: דריי וואכן 'אט מ' געמוזט דארט בלייבן. אין דעם לאגער איז געווען זייער שלעכט.
  • David Boder: שלעכט?
  • Sigmund Reich: זייער שלעכט.
  • David Boder: פאר וואס?
  • Sigmund Reich: ערשטנס, עסן איז נישט גוט געווען.
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: צווייטנס, איז געווען זייער ווייניק.
  • David Boder: [In German] Was?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] צווייטנס, איז געווען זייער ווייניק.
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: און דארט 'אט מ' געקאכט בלויז קארטאפל.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: נישט מער. ק' פלייש האט מ' - איז איבער הויפט נישט געווען, 'אבן מ' - 'אבן מ' איינגעגעסן... מ'אט נאר געלעבט פון קארטאפל און דאס פיפטל ברויט וואס מ'אט געקריגן.
  • David Boder: Sind Sie אין שווייצן קאראנטין?
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און דארט...
  • David Boder: ווי פיל מענטשן זיינען דארט געווען?
  • Sigmund Reich: דארט איז געווען עפעס א הונדערט מאן.
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: אבער ס'זענען אויכעט געווען... אלע זענען געווען פון קאנצענטראציאן [לאגערן] און זיי זענען געווען פון אנדערע.
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: און אונדז - אונדז זענען דארט געווען דריי וואכן. נאך די דריי וואכן, זענען מ' געקומען ק' Waedenswil, און...
  • David Boder: ווו?
  • Sigmund Reich: ק' Waedenswil.
  • David Boder: Waedenswil?
  • Sigmund Reich: Waedenswil.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: דארט - דארט זענען מ' אויך געווען עפעס א צוויי וואכן. איז געקומען עפעס א דאקטאר, Emma פון שווייץ און [זי] האט אונדז ארויסגענומען, פאר אונדז 'אבן געוואלט גייען אין א רעליגיעזן לאגער ווו מען עסט כשר.
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: אלזא, מ'אט אונדז אויסגענומען און מ'אט אונדז געשיקט ק' Attenberg [?]. און אין Attenberg [?] איז אונדז געווען זייער גוט.
  • David Boder: איז נישט געווען זייער גוט?
  • Sigmund Reich: יא. ס'איז געווען זייער גוט דארט.
  • David Boder: Was [pronounced “vas”] dis [this] אין א יידישער, א כשרער לאגער?
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: און מ'אט דארט געלערנט א ביסל, און מ'אט געארבעט א ביסל. עפעס - יעדע זעקס וואכן זענען מ' געפארן אויף Urlaub דריי, פיר טאג.
  • David Boder: ווו זינט איר געפארן אויף Urlaub?
  • Sigmund Reich: און... איך... ווען אונדז זענען געפארן ק' Waedenswil, 'אט מ' אונדז געשיקט ק' Zurich אויף דעם ערשטן שבת, זענען מ' דארט געווען. 'אט מ' מיך צוגעטיילט פאר א פרוי, בין איך דארט שטאביל געפארן.
  • David Boder: צו א פאמיליע?
  • Sigmund Reich: יא. פאר א פאמיליע.
  • David Boder: נו?
  • Sigmund Reich: בין איך דארט געפארן צו ד' פאמיליע יעדע זעקס וואכן.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: און דארט, שפעטער, פון - 'אט זיך געגרינדע[ר]ט אין Morcote [?] א ארט - א היים פון בלויז די יונגע וואס זענען פון קאנצענטראציאנס-לאגע[ר]. זענען מ' דארט אהינגעפארן. דארט, זענען מ' געווען 3 מאנאט. דאס איז געווען אין [אומקלאר?] ביי Lugano [?]. זייער שיין - זייער שיינע[ר] געגנט דארט. הייס - דארט איז א זייער ווארמער קלימאט. און מ'אט נישט ק' סך געארבעט. איך האב - איך האב געארבעט ביים הויז [אומקלאר?]. איך האב בלויז [דע]ם הויז איבערגעמאכט.
  • David Boder: די [Germ. pronunciation] was?
  • Sigmund Reich: הויז, דאס הויז.
  • David Boder: ... די געביידע?
  • Sigmund Reich: ... די געביידע...
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: מ'אט עס געמאכט [?]. און מ'אט דארט געלערנט. א האלבן טאג 'אט מע' געלערנט...
  • David Boder: וואס האט מען געלערנט - העברעיש?
  • Sigmund Reich: העב... נישט ק' העברעיש, נאר חומש, רש"', גמרא.
  • David Boder: [In English] Oh yes, I mean a . . .
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] יא.
  • David Boder: ... א יידישע [אומקלאר?] ... יא, נו? Was דארטן א רבי?
  • Sigmund Reich: ניין, דארט איז נישט געווען ק' רבי. ביי Attenberg [אומקלאר?] איז בלויז געווען א רבי.
  • David Boder: נו.
  • Sigmund Reich: רב יונה פון שווייץ.
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: ער איז איצט אין ציריך [Zurich].
  • David Boder: יא.
  • Sigmund Reich: אין Morcote [?] דאס איז געווען עפעס ווי דריי-פיר מאנאט, און שפעטער זענען מ' געקומען ק' Genf אויף - אויף ד' ORT שול.
  • David Boder: צו דער ORT שולע?
  • Sigmund Reich: יא.
  • David Boder: Und jetzt וווינט Ihr ווו?
  • Sigmund Reich: איצט וווינען wir אוף דער Avenue de Champel [?].
  • David Boder: דאס הייסט, א היים פאר די יונגע און די...
  • Sigmund Reich: יא, דאס איז פריוואט. ס'איז נישט ק' היים, ס'איז פריוואט. אונדז...
  • David Boder: ווי פיל זענען דארט?
  • Sigmund Reich: זענען דארט עפעס 20 מאן.
  • David Boder: און ווו עסט איר?
  • Sigmund Reich: דארט עסן wir.
  • David Boder: אַהאַ. און זאגט מיר, וואס לערנט מען?
  • Sigmund Reich: מע לערנט דארט צוויי-דריי מאל אין וואך - לערנט מען חומש, רש"'.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: מע' לערנט... מע' לערנט דארט העברעיש, לערנט מע'. מע' לערנט...
  • David Boder: זאג מיר, וואס לערנען Sie hier?
  • Sigmund Reich: Hier... Hier, אויף א - אויף א מעכאנישן - א מעכאנישן Beruf.
  • David Boder: און ווי לאנג וועט עץ [?] נעמען עס צום אויסלערנען?
  • Sigmund Reich: ווי לאנג צו בלייבן [?], וועל איך בלייבן.
  • David Boder: יא. און דען, וואס וועלן Sie טוען?
  • Sigmund Reich: און דאן, האף איך אז איך קאן פארן ק' ארץ.
  • David Boder: [In English] To where?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] ק' ארץ.
  • David Boder: [In English] Where is that?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] ארץ ישראל.
  • David Boder: [In German] Nach Palestine willen Sie gehen?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] יא.
  • David Boder: נו, ווו האט איר Verwandte אין ארץ ישראל?
  • Sigmund Reich: אין ארץ ישראל האב איך נישט ק' Verwandte.
  • David Boder: נו, האט איר Verwandte אין אמעריקע?
  • Sigmund Reich: איך ווייס מיין אנקל האט דארט עפעס א קוזינע, גאנץ ווייט. פון מיר איז זי גאנץ ווייט. איך - איך שרייב איר נישט און זי שרייבט מיר [נישט]...
  • David Boder: [אומקלאָר]
  • Sigmund Reich: נײן.
  • David Boder: הם.
  • Sigmund Reich: נאר דעם איינעם אנקל וואס איך האב אין בעלגיע [Belgium].
  • David Boder: אין בעלגיע. שרייבט איר זיך מיט אים?
  • Sigmund Reich: יא. ער איז איצט דא - דא אין דער שווייץ, פאר ער איז אויך דא דריי יאר [צוזאמען מיט מיר] [?] אין קאנצענטראציאנס-לאגער [Konzentrationslager].
  • David Boder: ער איז אין א קאנצענטראציאנס... [Konzentrations...] זא, וואס טוט ער איצט אין דער שווייץ?
  • Sigmund Reich: איצט, אין דער שווייץ, איז ער געקומען erholen. ער איז לונגען קראנק.
  • David Boder: אַה.
  • Sigmund Reich: און איצט ווערט ער שוין א סך בעסער ווי פריער.
  • David Boder: איצט [?], קען איר [ד]ערציילן וועלכע צייטן האט איר געהאט די שלעכטעסט [שלעכסטע] אין קאנצענטראציאנס-לאגער? [Konzentrationslager]
  • Sigmund Reich: די שלעכסטע איז געווען אין Kamenz.
  • David Boder: יא?
  • Sigmund Reich: דארט, זענען מ' געווען א שיין פאר מאנאט. דארט, ערשטנס, עסן איז זייער שלעכט געווען. די באהאנדלונג, אויך, איז געווען זייער שלעכט. די... איבער הויפט... די מענטשן וואס זענען געווען אין קאנצענטראציאנס-לאגער, [Konzentrationslager] די Häftlinge אליין, די גויים זענען געווען גרויסע רשעים. [זיי] האבן נישט געקאנט אויפקוקן אויף ק' ייד. און [א]חוץ דעם, די וואכער [וועכטער] זענען אלע געווען אונגערישע. די אונגערישע וואכער זענען געווען זייער - זייער שלעכט.
  • David Boder: [In German] Das war ungarische S.S.?
  • Sigmund Reich: S.S.
  • David Boder: Ja?
  • Sigmund Reich: [In Yiddish] ... [אומקלאר?] געווארן געמאלדן אלס - eh -אלס - דייטשן - אלס דייטשן [?]. און זיי 'אבן אונדז באוואכט. יעדן מאל אין ד' פרי זענען מ' ארויסגעגאנגען אזוי ווי ס'האט מארגן אנגעהויבן עפעס צ' טוען, 'אט מ' אויפגעשטאנען, און מ'אט אונדז געפירט צ' ד' ארבעט, און אזוי, ווען ס'איז עפעס פינסטער געווארן, 'אט מ' שוין - 'אט מ' אונדז צוריקגעפירט [noise/interruption during recording session/אן איבעררייס בשעת דער רעקארדירונג ] [אומקלאר?].
  • David Boder: [In English] Yes, in Kamenz.
  • Sigmund Reich: [In Yiddish]דארט, די וואכער זענען געווען אונגערער, און זיי 'אבן אונדז זייער שלעכט באהאנדלט. און - און זיי 'אבן אונדז געשלאגן מיט די געווערן. זיי 'אבן געשלאגן יעדער איינעם. און יעדן זונטיק - ס'געקומען יעדן זונטיק, 'אט מ' געמאכט גימנאסטיק אין ד' פרי.
  • David Boder: וואס was [pron. as “vas”] דאס?
  • Sigmund Reich: דאס - דאס הייסט - מ'אט געהייסן קניען און זיצן. די מענטשן וואס האבן נישט געהאט ק' כח - מ'אט געדאנקט גאט - מ'אט - עס קומט א זונטיק, מ'אט געקאנט זיך אנרוען. ... [אומקלאר?] ארויסגע... [אומקלאר?], מע' זאל מאכן גימנאסטיק. און טאמער עמעצער האט עס נישט גוט געמאכט, 'אט מע' - 'אט מע' - 'אט מע' געשלאגן דעם מאן. און אזוי - קוים האט מען דארט [?] ... פון אנפאנג האט מען געהאט אויף פיר מאן א ברויט. א ברויט - א ברויט האט געהאט עפעסס א קילא - א קילא 02. [אומקלאר?] און אויף [אומקלאר?] ... ס'איז געווען זייער שלעכט, 'אט מע' געגע[ב]ן אויף אכט מאן אזא ברויט. Sogar, שפעטער, אויף - אויף צען מאן.
  • David Boder: און ווי האט מען עס צעטיילט?
  • Sigmund Reich: מ'אט - מ'אט אונדז געגע[ב]ן א גאנץ ברויט.
  • David Boder: הם.
  • Sigmund Reich: און מ'אט געהייסן עס צ' צעטיילן.
  • David Boder: וואס פאר א טאטו [tattoo] האט איר hier?
  • Sigmund Reich: דאס - דאס - דאס איז געווארן אין פוילן געמאכט.
  • David Boder: ווער האט עס געמאכט?
  • Sigmund Reich: אין Mielec. דאס האבן די דייטשע [דייטשישע] S.S. געמאכט. יעדער איינער bevor ... bevor ... Mielec ... bevor ס'איז געווען א ציווילן-לאגער, און שפעטער איז געווארן [אומקלאר?] אויס אין א קאצעט, 'אט מ' יעדער איינעם געמאכט א KL אויף ד' האנט.
  • David Boder: וואס איז דאס - וואס מיינט דאס, KL?
  • Sigmund Reich: KL הייסט קאנצענטראציאנס-לאגער. [Konzentrationslager]
  • David Boder: Oh! KL. און - און די דייטשן האבן עס צו אייך געמאכט?
  • Sigmund Reich: יא, די דייטשן.
  • David Boder: זיי האבן נישט גע...
  • Contributors to this text:
  • Transcription : Rivka Schiller
  • English Translation : David P. Boder